Quantcast
Channel: בעולמם של חרדים
Viewing all articles
Browse latest Browse all 103444

מכות בשבת בבאבוב 48 הכו את הגבאי של האדמו"ר מ-45 רק בגלל שאמר מזל טוב לקרובי משפחתו

$
0
0
מאת באבאווער

זונטאג ערב ראש חודש אב יארצייט פון מרן רבינו הק'רבי שלמה מבאבוב זי"ע אוהב שלום ורודף שלום.

כ'וויל דא דערציילן דעם עולם אן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט נעכטן ביום השב"ק, אין בית המדרש הגדול אויף 48 סט.

דער שמש פון באבוב 45 ר'קאפל שטראהלי האט געהאט צוויי קידושים אין באבוב 48, איז ער אריבער אהין זאגן מזל טוב.

אריינקומעדיג אין ביהמ"ד איז ער אויפגענומען געווארן דורך נתן מנחם בארנפריינד (דער גבאי פון 48 רב, וועלכע שטייט אלעמאל אונטער אים), וועלכע האט זיך באלד גענומען שרייען אויף אים יאמערליכע קולות וברקים, אז ער זאל שוין פארלאזן דאס בית מדרש. ר'קאפל האט אים רוהיגערהייט געזאגט  אז ער גייט נישט ארויס פון דא, און ער איז געקומען דא זאגן מזל טוב פאר זיינע קרובים, און הערשט נאכדעם גייט ער אוועק. דער משב"ק בארנפריינד האט נישט נאכגעלאזט און אים פיזיש פארשטעלט דעם וועג אריין און בשום אופן נישט געלאזט אריינגיין צו זיינע קרובים זאגן מזל טוב, בעת ווען ר'קאפל פרובירט זיך יא אדורכצושטופן אנצוקומען צו די קידושים. אזוי איז אנגעגאנגען עטליכע מינוט,.

ביז דער משב"ק בארנפריינד האט זיך נאך מער אויפגערעגט, גענומען צוויי טעפלעך וואסער און באגאסן ר'קאפל'ן פון קאפ ביז פיס, ביים צווייטן טעפל האט ר'קאפל אנגעיאגט צו אנטלויפן אריין צום קידוש דורכגעווייקטערהייט צו זאגן מזל טוב פאר זיינע קרובים.

פארוואס דערצייל איך עס דא, מכות, קולות און שלעק איז דאך נישט חידוש דארט אין 48 סט. ביהמ"ד. נאר איך דערצייל אייך עס דא, אז קומעדיגעס מאל איר האט א קידוש אין 48 סט. מאכט זיכער מיטצונעמען אייער רעגן שטריימל.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

Viewing all articles
Browse latest Browse all 103444


<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>