Quantcast
Channel: בעולמם של חרדים
Viewing all articles
Browse latest Browse all 103898

ווי צופייפט ברויך מען זיין אויף צו זיין משוגע?

$
0
0
דער רמב''ם רעכנט אומבארעכנטע צוהיצטע מענטשן בכלל השוטים וועלכע זענען פסולי עדות. אבער היינט וויסן מיר פון א סאציא-סייקולוגיק באגריף פון א קאלעקטיוווער שגעון, א מין וואלד-פייער פון טירוף הדעת וואס צוהיצט און צומישט גאנצענע ציבורים און מיטאמאל משוגע-הויז אקטן און רעטאריקס ווערן דער נארם צווישן מענשן וועלכע זענען פערפעקט נארמאל אין פריוואט.
פרעגט זיך די פראגע צו מענטשן וועלכע לאזן זיך העריין אין דאזיגע מצבים פון זיין משוגע מיט'ן עולם.. האבן דעם דין פון א שוטה לדבר אחד וועלכער האט לויטן גרויסער מורה דעם דין פון א שוטה גמור, אדער בלויז ווי א שוטה לעתים וועלכער ווערט גערעכנט א פיכח אין זיינע גוטע רוהיגע צייטן? 
אבער חכמי הפסיכולוגיע האבן זיירע הוכחות פונ'ם ידוע ומפורסם דאס כמעט יעדער איינער פון אונז איז א קאנדידאט מיטגעשלעפט צו ווערן מיט א קאלעקטיווער טירוף הדעות ווען בלינדע אמאציעס פארבלענדן דעם קאלעקטיוון שכל און ס'מאכן זיך די אינטרעסירטע וועלכע שפייזן די פייער און דירעקטן די פלאמען מיט רעגולערע גאל און העצע. דערפאר ערום יעשה בדעת, און ווען דער אלגעמיינער געמוט ווערט אביסל ווארעם טאר מען זיך זעלבסט מער נישט געטרויען נאר הייבן פיס און אנטלויפן איידער ס'וועט צו הייס..
איך האב מקדים געוועזן מיין לאנגע הקדמה אלס א לימוד זכות איבער די פלאקער ביי די וויליאמסבורגער סאטמארער, מאנכע האבן זיי נעביך צושרויפט די קאפעליך והעיר שושן צהלה ושמחה א היימישער חסיד'ישער בית-משוגעים אויפן פאראד..
משוגע'ת איז א וועלט פאר זיך, שגעון איז שגעון און פרטי מעשי השיגעון זענען נישט אינטרעסאנט, דער גמרא אנהייב חגיגה ברענגט דאס יעדער משוגענער ענטיק קען האבן זיין ראציאנאלן ׳הסבר..׳ דאך משוגע איז משוגע.. ותנא כרוכלא לחשיב ולזיל בפרטי הוויליאמסבורגער 'קוקוריקו מבצעים'וואס מיר האבן געהאט דעם כבוד און פארגעניגן נאכצופאלגן.. 

אני הקטן האב צוגעקוקט מיט שרעק אין די ביינער ווי דער שמידליאנער באנדיטעריי ווירוס האט צושפיהלט די לויזע שרויפן פון מאנכע רייכע יורשים צווישן די סאטמארער דא אין לאנדאן.

פון דיע חכמים בעיניהם מיט די פאר גראשן אין טאש ביז טאטאל משוגע מאכן די וויליאמסבורגער דומע סאטמאר'ער המון איז גאר א קורצער שריט, און נאט אייך קינדער, וייצא העגל הזה.. 
ס'דערמאנט מיר די מגפות וועלכע האבן ליקווידירט אור אלטע שבטים אין די אמאזאנער ג'ונגלס נאך זייערע ערשטע קאנטאקט מיטן ווייסן מאן ווייל זיי האבן נישט די אנטי-באדיס צו די אלגעמיינע באקטעריעס וואס אונז טראגן.
ס'שיינט דאס מאנכע סאטמארער ילידי בית פארמאגן נישט דעם שכליות'דיגע און אמאציאנאלע רעזיסטאנץ אקעגן די קנאת הדת באצילן פון  די סארט פון יענעם בני ברק'ר צבוע, קאנטראל מאניאק און העץ עקספערט..
ס'האט נישט קיין זינען הערינצוגיין אין דין ודברים איבער'ן שמודליאנער אבסורד נאר בעטן אייך אדער די ציוויליזירטע מעסיגערע פון צווישן אייך:
למעה''ש סטאפט פאר וויילע אויף אייערע טרעקס און בעטראכט אייער פנים אין שפיגל.. אוואו האט אייך דער דאזיגער שטונק פויגל געפיהרט?!
יא יא, מען שושטעט אייך מאני איז פאווער (סארט אוף..) ס'קען טאקע פארדעקן אסאך טינוף גאר אסאך,
אבער צו לעגיטימיזרן די שמודליאנער ממזרות און דער שטונק וואס איר האט לעצטנס געשאפן איז דאס נאך גאר נישט גינוג.. 
יהודי פשוט

Viewing all articles
Browse latest Browse all 103898


<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>