די גמרא זאגט 18 אז ישעי׳ הנביא האט געזאגט אז ווען עס וועט קומען די צייט אז ירהבו הנער בזקו האט ער זיך בארוהיגט אז מען האלט שוין דא אז א פאר ראצערלעך פארמעסטן זיך מיטן גדול הדור
האלט מען שוין ביי די גאולה ווען משיח וועט ווייזן אויף די ראצערלך ווער זיי זענען באמת
וויליאמסבורג איז באפלייצט מיט פאשקווילען קעגן גדול הדור רח״ל
זיי רעדן זיך איין אז עס האט א השפעה אזוי וויא די פאשקוויל וואס סאטמאר האט ארויסגעגעבן אין דער אלטער היים אין קראלי קעגן ״אביש שייגעץ״ הצדיק רבי הערשעלע ספינקערס פאטער איידעם פון רבינו הקדוש בעל חקל יצחק אונטערגעשריבן רבנימלעך אז פתו פת כותי יינו יין נסך און היינט קוקטס דעם חוזק וויא אביש שייגעץ קינדער זענען די חשובסטע אידען אין וויליאמסבורג
די זעלבע איז געווען ווען פופציג ערענסטע רבנים אין בארא פארק האבען אונטערגעשריבען פארן בארא פארק עירוב האט סאטמאר געשריגען אז דאס איז א פאשקוויל
נאר זייערע נארישע צעטעלעך דאס איז א פסק תורה
און וואס איז מיט דעם איסור וואס סאטמאר בית דין בראש פון ברך משה און בית דין צדק עדה החרדים און רבי ישראל חיים מנשה האבען ארויסגעגעבן קעגן די בני יואל ? וואס איז דאס ? א פסק דין תורה אדער א פאשקעוויל ?
סאטמאר האט דאך דעמאלס געשריבען אז דער פסק קעגן די בני יואל איז פונקט וויא דער שולחן ערוך אליין
וואס איז מיט זאת התורה לא תהא מוחלפת
א שאנדע מיט א געלעכטער