מאת סאטמארי
אזוי וויא עס איז געווארן א געפערליכע איבערקערעניש אז דער שמוץ בלעטל פינסטערער פאשקוויל דבר יום ביומו האט געהאט א חוצפה מבזה זיין דעם גדול וקדוש רשכבה״ג מרן הרב שטיינמאן שליט״א
האט מען כמעט אין אלע בתי מדרשים געאסערט מער נישט אריינצוברענגן דעם סם המות אין די בתי מדרשים די קינדער און בחורים זאלען ח״ו נישט נכשל ווערן פון דעם הארבען זינד פון עלבון התורה
אוי להם לבריות מעלבונה של תורה
און דאס זעלבע האט מען געאסערט אין רוב בתי חינוך יונגלעך און מיידלעך מער נישט צו נוצען דעם טמענעם פאשקוויל בלעטל אויך גייט מען ארום צו די אטוועטייזער אז מען זיי באיקאטן אז טאמער וועלן זיי אטוועטייזען אין דעם משכילישן טרייפענעם בלעטל פון דעם שייגאץ יוסעלע פריעד המנוול הידוע לשימצה
שטעלט אייך פאר אז עס זאל ארויסקומען א בלעטל מיט אונטערשריפטן פון רע-בנים קעגן סאטמארען רבין בעל ויואל משה זי״ע
על כן בחרפה ובבושה האט דאס בלעטל היינט אריינגעשטעלט א חזרה ער ציט צוריק פון דעם פינסטערען פאשקוויל
אונדז האבען מיר מורא אז עס איז שוין צו שפעט די שיף איז שוין אוועקגעפארן