Quantcast
Channel: בעולמם של חרדים
Viewing all 103008 articles
Browse latest View live

ההבדל בין כינוסי הזאלונים והאהרונים


ישר כח ששברת!!

$
0
0
מאת סאטמארי

איך זיץ דא אין דעם ריזיגן נעסאו קאללאסיום, און באטראכט דעם געהויבענעם מעמד. איך זעה דא א ציבור פון טויזנטער און טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר. זקנים און נערים אלעס פאראייניגט אונטער א ערליכע מנהיג ישראל. עלטערע אידן מיט ווייסע בערד וואס האבן זיך נאך געווייקט ביי די שובבים תורות. אַן ערענסטקייט וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן..

אוי, טרערן רינען פון מיינע אויגן!! די שפראך איז צו ארעם, ס'איז ממש נישט דא קיין ווערטער!! אזא עדה קדושה!! אזא גוטע ערליכע ציבור אידן!! אזא האָרכזאמע ציבור!!

איך פראביר מיר צאם צו נעמען די געפילן אפ צו שרייבן א ישר כח פאר די מארגנים, און איך ווייס באמת נישט ווי אנצוהייבן.

אזוי טראכטן'דיג פאר וועמען מיר קומען די גרעסטע ישר כח פארן אהער שטעלן דעם היינטיגן טאג, איז מיר ארויפגעקומען עפעס אויפן געדאנק, און לאכט נישט פון וואס איך גיי אייך זאגן היצטער, די ישר כח גייט פאר דעם משב''ק ר'משה פריעדמאן. און מיר אלע תלמידי וחסידי סאטמאר ברויכן הויך אויסשרייען משה, ישר כח ששברת!!

דאס חרידישע אידנטום אין אמעריקא פרעגט די לעצטע פאר וואכן, על מה יצא הקצף? וואס זענען די זאליס אזוי צודרייט געווארן איבער א כינוס וואס די ארונים מאכן? איינער נעמט עפעס צו פונעם זאלי? וואס שטערט דיר אז יענער נעמט צאם זיין ציבור און רעדט צו זיי? וואס איז דאס טעראריזירן מענטשן און רבנים אז זיי טארן נישט גיין אדער רעדן ביים כינוס?

נאר ס'איז קלאר ווי די טאג, אז אונטער די נאמען סאטמאר געפונען זיך צוויי ערליי מענטשן. איינער פון זיי איז א האָרכזאמע צופרידענע מענטש. ער וויל א ערליכע הנהגה צו קענען אויפציען א אידישע שטוב. ער זוכט נישט צו זיין א אויבּער חכם, און איבערווארפן זײן רבי, זיין רב און זיין דיין. ער פארט שוין יארן אויף דעם זעלבן ליניע. ער האט אויף זיך מקבל געווען די הנהגה פונעם ברך משה זי''ע און אזוי ווייטער פון רבינו שליט''א.


להמשך כנסו כאן:



ווידעראום איז דא א ציבור אידן, שלעכטע אויבּער חכמים, מענטשן וואס קענען זיך נישט אונטער ווארפן פאר קיין שום אויטאריטעט. פון ווען איך קען זיי, האב איך אלס געהערט אן אנדערע מעשה פון די אידן.

היום אומר לך אז נאכן רבי ז''ל טאר נישט זיין קיין ממלא מקום, ומחר אומר לך אז מהרז''ל איז דער איינציגסטער קדוש וואס קען זיין די ממלא מקום פון רבינו הקדוש זי''ע, אפילו דער זעלבער האט גערודפ'ט מהרז''לס פאטער אנע אויפהער.

היום אומר לך אז מ'מוז צוברעכן סאטמאר און מבזה זיין סאטמאר אין די גאנצע וועלט (ווייל די ברך משה איז נישט גענוג א ערליכע רבי), ומחר אומר לך אז מ'ברויך צאם האלטן סאטמאר אפילו מיר האבן אזא שוואכע רבי ווי מהרז''ל.

היום אומר לך אז מהרז''ל איז באמת נישט מיין רבי (איך האב רבי לייבוש וכדומה), איך בין נאר א זאלי ווייל מהרז''ל איז אונטער געווארפן אונטער אלע גדולי ישראל, ומחר אומר לך אז מהרז''ל איז  גערעכט פארן נישט אויפנעמען דעם ראב''ד ירושלים, און ער זאל זיך יא קריגן מיט גדולי ישראל.

היום אומר לך אז דער זלמן לייב איז א ביק, און דעריבער טרעט איך נישט איבער די שוועל פון ראדני א גאנץ חודש תשרי, ומחר אומר לך אז ער גייט צו די חתונה פון מהרז''ל ווייל ער מוז מחזק זיין די זאך, כדאי צו שיקן א מעסעדזש. 

און וואס איז יעצט געשעהן אז ער איז אזוי ציווילדעוועט??
נאר דער זאלי קען זיין מצב זייער גוט, און ער ווייסט אז ער ליגט אין די קרקע. ער קען זיין רבי אסאך בעסער ווי איר קענט אים. אבער ער איז שטעקן מיט אים, ווייל אין דעם לאָך אווי ער איז געווען פון תש''מ ביז תש''ס, האלט ער נישט ביים צוריק גיין. נישטא קיין שום סיפוק הנפש אין זיין קאמפעני, אלעס איז טויט. נישטא קיין ימים נוראים, און ס'איז נישט דא קיין הקפות. ס'איז נישטא קיין חנוכה און ס'איז נישטא קיין פורים. (אפשר שושן פורים, ווייל מ'גייט מאכן דזשאוקס אויפן חשבון פונעם עלטערן ברודער). הקפות לויפט ער צום דיין, אדער רז''ל פיליפ. שובבים איז ער ביי ר'טודרוס. אקדמות ביי ר'משה מנחם. די אנדערע חלק ציבור זיצט אין אומאן אדער אין די קאנטרי, און איז אפגעקילט פון אלעמען. ער ווייסט און זעהט אז די איינציגסטער זאך וואס האלט זיי צוזאמען, איז די שנאה צו זיין מהרז''לס עלטערע ברודער. 

אזוי צוקלאפטערהייט מוז ער דאך נאך אלס מיט עפעס זיין מער פון אייך, האט ער געטראפן א נייע מהלך, און ער פראבירט אונז צו קאנווינסען אז ער טוט רעפרעזענטירן די שיטה הקדושה.

יא, איר הערט גוט!! ער איז גרייט מסלף צו זיין אלע תורות פון רבינו הקדוש זי''ע, און ער איז גרייט צו פארשווארצן דעם פנים פון רבינו הקדוש זי''ע, כאילו די רבי זי''ע איז חלילה געווען א טעראריסט וואס האט געפירט ירושלים אויף דעם שטייגער ווי עס פירט זיך היינט צו טאגס, דורך די ציווילדעוועטע חיות.

זייער שקר איז אזוי גרויס, אז די לעצטע פאר יאר האט ער אפילו געמאכט א יד אחת מיט א פארטיי וואס האט פארלוירן א בענקל אין כנסת, אלס כדאי אייך צו ווייזן אז ער איז א שותף מיט איינער וואס מאכט ווילדע הפגנות בלי שום הנהגת התורה. מיט דעם האפט ער אייך צו געבן א קאמפלעקס אז איר זענט נישט פון די לוחמים!!

דער האט אזוי הויך געשריגן ביז ער האט זיך איינגערעדט אז יעדע גלייבט אים שוין. ס'איז פיקס פארטיג, און ער איז רואיג. די ארונישע פארטיי ציהט לינקס, און ער ציהט רעכטס!!

איז געקומען א צייט ווען רבינו שליט''א האט געזעהן אז ס'איז באמת דא א בלבול המוחות. אידן אין ביידע פארטייען פון סאטמאר זענען פארשיכור'ט פון די נצחונות פון די מדינה הטמאה! דא האט מען אריבער געצויגן אן אמבאסאדאר קיין ירושלים, און דא באקומט דער פורק עול נתניהו כבוד מלכים אין די גאנצע וועלט. האט רבינו שליט''א פאררופן אז מ'זאל מאכן אן עצרת הסברה. מ'זאל אויפפרישן אלעס וואס מ'האט אונז געלערנט אלע יארן. מ'זאל זיכער מאכן אז די סאטמארע פינק וועט ברענען ביז משיח וועט קומען. דא זענען די זאליס צושפילט געווארן אז מ'קען נישט שטיין אין זייערע ד'אמות.

קודם האט מען אַפיר געקראצט תירוצים פון אונטער די ערד, פארוואס מיר קענען נישט גיין בענאזאם. אבער דאס איז נישט גענוג, מיר האבן אסאך א גרעסערע פראבלעם, ווייל אויב די ארונים זענען יא קנאים, וואס זעמיר אונז? סתם משוגעים? נישט קיין רבי? נישט קיין קהילה? נישט קיין חסידות? נישט קיין רוחניות? נישט קיין גשמיות? און יעצט אויך נישט קיין קנאות?

דאס קענען זיי שוין נישט דערהייבן!! זיי זענען אזוי משוגע די לעצטע פאר טאג, אז ס'איז א סכנה צו רעדן אפילו צו די נארמאלע מענטשן ציווישן זיי. ס'איז נישט צום גלייבן, אבער אידן פון 70 יאר שיקן זיך ארום א בילד פון צוויי ליידיגע זיצן, מיט אזא שמחה ווי ער וואלט געווינען א לאטעריע!!

למעשה דאנקן מיר דעם רבונו של עולם אז אונזער רבי האט זיך קיינמאל נישט פארלוירן פון זייערע שקר!!! ער האט זיך נישט גערירט קיין טראפ פונעם דרך און מסורה וואס ער האט מקבל געווען פונעם פעטער ז''ל.

ביים היינטיגן מעמד זעהט זיך אן א צופרידנהייט אויף יעדער סאטמארער חסיד פון דעם פארטיי, אז מיר זענען אפגעטיילט פון די סארט אומצופרידענע נעגאטיווע מענטשן. ס'איז אוממעגליך צו עקזעסטירן צוזאמען מיט מענטשן וואס האבן אזוי פיל שנאה אין זיך. דא קומט פאר א הייליגע מעמד מיט טויזענטער חסידים וואס זענען פאראייניגט. מ'האט נישט אימפארטירט יעדע שונא וואס סאטמאר האט שוין די לעצטע 50 יאר, כדאי אנצופילן דעם גינגאטישן סטאדיום.  

תלמידי וחסידי סאטמאר זאגן:

מיר אלע וואס האבן צוגעקוקט די ציווילדעוועטע טעראר פון די לעצטע פאר וואכן, און צום סוף דאס אנשרייבן מיט רויטע בלוטיגע ספרעי פעינט אויפן ראב''ד ירושלים די שמוציגע לאוזינג פון שר''י, אלס פאר די עבירה פון האבן אן אייגענעם מיינונג, דאנקן דעם רבש''ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב''ק; משה, ישר כח ששברת!!

מיר אלע וואס האבן צוגעקוקט ווי מ'איז מחנך א דור פון בחורים מיט בלוטיגע שנאה, און ס'איז נישט דא קיין איינער ציווישן זיי וואס וועקט זיך אויף און קלאפט אויפן טיש, דאנקן דעם רבש''ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב''ק; משה, ישר כח ששברת!!

מיר אלע וואס האבן צוגעקוקט די בלוטיגע שנאה פון די אידן, ווי אזוי זיי טעראריזירן יעדן רב בישראל וואס האט געהאט א קלער צו גיין צום כינוס, דאנקן דעם רבש''ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב''ק; משה, ישר כח ששברת!!

די אלע אידן וואס קוקן צו ווי א ציבור אידן איז גרייט מסלף צו זיין די דברי אלוקים חיים פון רבינו הקדוש זי''ע, אלס פאר זייערע ביליגע פאליטיק, דאנקן דעם רבש''ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב''ק; משה, ישר כח ששברת!!

די אלע אידן וואס האבן נישט געברויכט א חודש פון העצע אנע אויפהער צו וויסן אז מיר גייען נישט אויף בארקלעיס. זיי האבן זיך באגעניגט מיט איין צעטיל פון "אנו אין משתתפים"צו וויסן נישט צו גיין, דאנקן דעם רבש''ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב''ק; משה, ישר כח ששברת!!

די אלע אידן וואס האלטן נישט ביים הערן דרשות אויף העברעיש אווי מ'פארקויפט שקרים וכזבים ווי "איפא ראַכאַמים"אלס פאר ביליגע פאליטיק,  דאנקן דעם רבש''ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב''ק; משה, ישר כח ששברת!!

די אלע אידן וואס ווילן נישט אז מ'זאל פון זיי חוזק מאכן מיטן אויסרופן אז דאס געזעץ פארלאנגט אז ס'מוז זיין סקרינס ביים כינוס, און מיט דעם שוואך מאכן די מערכה קעגן טעכנאָלאָגיע אלעס פאר פאליטיק, דאנקן דעם רבש''ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב''ק; משה, ישר כח ששברת!!

די אלע אידן וואס האלטן נישט ביים געוואויר ווערן תשע''ז, אז מ'איז מסלף די היסטאריע פון סאטמאר כאילו רבינו הק'זי''ע איז געגאנגען נאך געלט פאר חינוך עצמאי, און זיי האלטן נישט ביים הערן ווי שקרנים מיט ווייסע בערד פארקויפן דאס פארן יוגנט, דאנקן דעם רבש''ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב''ק; משה, ישר כח ששברת!!

די אלע אידן וואס האלטן נישט ביים מיט טאנצן מיט פאלשע מערכות לויטן געשמאק פון אפאר פאליטיקאנטן, למשל נישט לאזן רעדן פון דעם גזירות גיוס אפאר יאר צוריק, ווען די גאנצע וועלט ובתוכם די לינקע האבן געשריגן אז ס'איז עק וועלט, ווייל דאס שאדט פאר די ביזנעס פון אתרא קדישא אין בית שמש, דאנקן דעם רבש''ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב''ק; משה, ישר כח ששברת!!

יא מיר תמימי לב זאגן ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים. מיר דאנקן דעם רבונו של עולם אז מיר קוקן נישט אויס ווי אייך. מיר לעבן נישט מיט דעם שנאה וואס איז מושרש ביי אייך. מיר האבן זיך טאקע נישט משתתף געווען פאריאר ביי אייערע כינוס, אבער איר וועט נישט טרעפן א רב וואס זאל אייך זאגן אז מיר האבן אים געבעטן נישט צו גיין צו אייך. און די סיבה דערפון איז, ווייל ווען ס'איז דא סיפוק אין דערהיים, לויפט מען נישט ארום אין די פרעמד!!!

ניין, מיר האבן נישט א רבי וואס האט זיך ארויף געזעצט בכבודו ובעצמו אויפן טעלעפאון זיך בעטן ביי רבנים נישט צו גיין צום כינוס.. ניין, מיר האבן נישט א רבי א בעבי וואס קען נישט אויפנעמען דעם ראב''ד ירושלים, פאר נערישע פאליטיק.. און ניין, מיר זענען נישט קיין פערד וואס מ'קען איינרעדן אז מאכן א סאטמארע כינוס אווי מ'גייט מ'גייט חזר'ן תורת חיים פון רבינו הקדוש זי''ע גייט שאטן פאר די מערכות קעגן גיוס.

ס'איז קיינער נישט געזיצן פאריאר ווי אייך א גאנצע נאכט און אריין געזומט יעדע ווינקל פונעם זאַל צו זעהן אויב ס'איז אפשר דא א קליין לעכעל וואס איז נישט פיל געווארן. און אז מ'רעדט שוין דערפון לאזט מיר אייך פארציילן, דא איז סך הכל א שאלה צו ס'איז געווען 17,500 מענטשן, אדער 15,500. קיינער האלט נישט אז מ'רעדט פון ווינציגער פון דעם. ממילא ווייס איך נישט פארוואס איר שטרענגט אייך אזוי אן די אויגן פאר גארנישט.

און איך וועל אייך מגלה זיין א סוד, מיר וואלטן זייער צופרידן געווען אפילו מיט 12,000 אידן, ווילאנג דאס זענען די זעלבע אידן וואס מיר זעה'ען כסדר אין ביהמ''ד יעדע יום טוב און יעדע יומא דפגרא, נישט אימפארטירטע ליטאים און ספרדים וכדומה.

מיר דאנקן און לויבן דעם באשעפער אז ער האט אונז געגעבן א ערליכע מנהיג, א רבי מיט אזוינע כוחות הנפש, א רבי מיט אזא ברען פאר אידישקייט, א רבי וואס האט עלעקטריזירט יעדן איינעם ביי דעם געהויבענע כינוס.

און אן עקסטערן ישר כח פאר מהרז''ל פאר זיך 'נישט'צושטעלן צום כינוס. ווייל דאס איז קלאר אז די ערשטע תנאי וואלט געווען אז רבינו שליט''א טאר נישט רעדן!! אזוי האבן ב''ה קרוב צו 20 טויזענט אידן געהאט די זכי'אויפן פלאץ צו הערן די פייערדיגע דיבורים יוצאים מפי כהן גדול ווי ער איז דולה ומשקה שיטתו הבהירה פון רבינו הקדוש והטהור זי''ע, און די אנדערע העלפט סאטמאר זיצט אויף קול סאטמאר און הערט אויס יעדעס ווארט, ווייל אולי גייט מען כאפן א ווארט מיט וואס מנשה פילאפ וועט אייך קענען בארואיגן סוף וואך.

זאל די רבש''ע העלפן שיאריך ימים על ממלכתו, און ער זאל זוכה זיין משפיע צו זיין פאר זיין ציבור תורה ויראת שמים ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו בב''א.

מי השתתפו ומי לא השתתפו בכינוס האהרוני?

$
0
0
אלו שלא השתתפו בהכינוס של נעסאוי קאלעסיום, כדלהלן:
ואין מוקדם ומאוחר בתורה

אדמו״ר מוויען
אדמו״ר ספינקא ב״פ
אדמו״ר צעהלים
אדמו״ר פאפא
אדמו״ר באבוב
אדמו״ר מהרז״ל סאטמאר
אב״ד וואלקאן אויש
אדמו״ר מקאשוי
אדמו״ר מקארלסבורג רוטה
אדמו״ר באבוב 45
אב״ד איבראן
אב״ד מישקאלץ
אב״ד שארמאש
אדמו״ר מקאלוב
אדמו״ר מונקאטש
אב״ד פאיע
אב״ד לאנצהוט
אב״ד אפטא
אב״ד מעליץ
אב״ד אודווארי
אב״ד קיוויאשד
אדמו״ר מוויזשניץ
אדמו״ר מסקולען
אב״ד יאוואזשנע
אב״ד כוונת הלב
אב״ד אשוי
אב״ד האליין
אב״ד נייטרא
אב״ד שאץ
אב״ד זלאטשוב
אב״ד נאדבורנא
אב״ד מאנטיווידיאו
אב״ד פשעווארסק
אב״ד זידטשוב
אב״ד באלחוב
אב״ד פריימאן כ״ץ
אב״ד קאפיש
אב״ד אוהעל
אב״ד סיגעיט
אב״ד לימנוב
אב״ד שאפראן
אב״ד מיהאלדי
אב״ד אראד
אב״ד לאנדעסבערג
אב״ד בראשוב
אב״ד וואדקערט
אב״ד סאלקא
אב״ד ביקסאד
אב״ד סוליצא
אב״ד סטראזניץ
אב״ד ראזלא
אב״ד קרעטשניף
אב״ד קליוולאנד
אדמו״ר מדינוב
אב״ד סענדזשארש
אב״ד סעליש
ראב״ד סאטמאר פריעדמאן
אדמו״ר מחוסט לייפער
אב״ד דאמבראוו
אב״ד ביסטריץ
אב״ד קלעסאן
אב״ד טשערנאוויץ
אב״ד האניפאלי
אב״ד לינסק
אב״ד קרעסטיר
אדמו״ר בורשטין
אב״ד שאמשאן
אב״ד טארטיקוב
אב״ד מעזיבוש
אב״ד נייפעסט
אב״ד זמיגראד
אב״ד גריבוב
אב״ד בית חיים יושע
אב״ד רודניק
אב״ד סארוואש
אב״ד קאסוב
אב״ד טעטש
אב״ד אלכסנדר
אב״ד דעעש
אב״ד סטריזשוב
אב״ד טשאקעווא
אב״ד פאלטישאן
אב״ד באטור
אב״ד סיגוט ב״פ
אב״ד וואלאווע
אב״ד טשענגער
אב״ד גארליץ
אב״ד טאלטשעווא
אב״ד ניקלשבורג
אב״ד סערדעהאלי
אב״ד דזשיבוי
אב״ד פרעשבורג
אב״ד בעסערמין
אב״ד טעמעשוואר
אב״ד ליזענסק
אב״ד ליסקא
אב״ד מאקאווע
אב״ד ברעזנא
אב״ד אייזענשטאט
אב״ד לעיקוואד קליין
אב״ד לייפניק
אב״ד מאשלוי
אב״ד ניימארק
אב״ד יאקע
אב״ד סקאליע
אב״ד אונגוואר
אב״ד מאגרעטען
אב״ד טענקא
אב״ד היבנוב
אב״ד קראסנא
אב״ד קאזלאוו
אב״ד ראפשיץ
אב״ד גלאגוב
אב״ד וואוידעסלאוו
אב״ד קאסאן
אב״ד דעברעצין
אב״ד טאקאי
אב״ד בלאזוב
אב״ד בארדיטשוב
אב״ד אלעסק
אב״ד ליפשא
אב״ד טשענסקאוויטץ
אב״ד מאגרוב
אב״ד ווערדאן
אב״ד סאסרעיגן
אב״ד קאליש
אב״ד אולם
אב״ד הומנא
אב״ד סוליצא
אב״ד גראסווארדיין
אב״ד שינאווע
אב״ד ראדמישלא
אב״ד סאטמאר מאנסי האלבערשטאם
אב״ד סאסוב
אב״ד טאהש
אב״ד טערצאל
ועוד הרבה רבנים, דיינים, ראשי ישיבות

רשימה הרבנים שהשתתפו
האדמו"ר מ'גארליץ
האדמו"ר מ'מאשלוי
האדמו"ר מ'סקאליע
האדמו"ר מ'קארלסבורג
האדמו"ר מ'פאלטישאן
האדמו"ר מ'תולעת יעקב
האדמו"ר מ'בורשטין
האדמו"ר מ'גאלאנטא
האדמו"ר מ'תולדות צבי ד'ספינקא
האדמו"ר מ'באלחוב
האדמו"ר מ'בית יצחק ד'ספינקא
הגה"צ חיים אלעזר ראבינאוויטש ראש ישיבת מונקאטש בשליחות אביו האדמו"ר ממונקאטש
הגה"צ מנחם זכרי זילבער ראב"ד התאה"ר וגאב"ד פריימאן
הגה"צ יחיאל וואגשאהל אבד"ק תפארת משה
הגה"צ משה מנחם ווייס דומ"ץ פאפא ב"פ
הגה"צ שלום לאנדא ראש ישיבת עמודי דגירסא
הגה"צ זלמן האלבערשטאם אבד"ק טשאקווא
הגה"צ רבי שמעי גרינבוים מח"ס סיעתא דשמיא
הגה"צ אבד"ק לאנדסבורג
הגה"צ אבד"ק ישראל והזמנים
הגה"צ אבד"ק שומרי שבת
רבי יהושע לייפער, אב''ד באר משה
אדמו''ר מספינקא מאנסי

עשר נקודות דין וחשבון נוקף מאכזבת האהרוני בנעסאוי מול ניצחון הצלחת אחיו הקטנציק הזאלויני בבארקליס באידיש אמרקאית בואו נדבר דוגרי וביזנעס

$
0
0
מאת סאטמארי

10 לעקציעס געלערנט פונעם נעכטיגן כינוס


איך וויל שעירן מיינע געדאנקען איבער די לעקציעס וואס זענען געלערנט געווארן


1. קען דיינע נומבערס

ווען יעדער ארגאניזירער פון א מסיבה מאכט זיינע פלענער, דארף ער קודם קענען זיינע נומבערס און זיך נישט נארן. א קליינע משפחה מאכט בר מצוה אין שמח תשמח, א גרעסערע גייט אין כתר צבי. בני יואל מאכט זייער כ"א כסלו אין עטרת מאיר צבי, און סאטמאר אין די ארמארי. דער בארא פארקער דינער מאכט עס אין א זאל, און די קרית יואל'ער אין א גרעסער פלאץ. און אזוי ווייטער.

יעצט שטעל דיך פאר, אז פאפא זאל מאכן זייער דינער אין ארמארי, ווייל סאטמאר מאכט עס דארט.. עס קען נישט אזוי ארבעטן. ווען ס'קומט צו א מסיבה איז די ארגסטע זאך זיך צו נארן מיט נומבערס. 

די ארוינים דא האבן מיאוס קאלקולעיטעד זייערע נומבערס. ער האט נישט געמאכט דעם דעסיזשאן צו גיין אין א סטעדיום ווייל ער האט געזען אז דאס זענען זיינע נומבערס. נאר ווייל די זאליס האבן דארט געמאכט א'שלח תשע"ז. און לויט דעם האט מען געוואלט צושניידן די נומבערס.

עס ארבעט נישט אזוי! ס'ווייסט יעדער אז די זאליס זענען בעצם א גרעסער פאלק, נאר מער צעשפרייט און קאלט ווי די ארוינים. "שיטה"ברענגט זיי אלע צוזאם, און דאס איז געווען די סיקרעט ביהיינט בארקלי סוקסעס. יעצט, אז דו ביסט נישט אין די סארט פאזישאן, לויף נישט גרעסער ווי דו קענסט.


2. טרייב נישט איבער עקספעקטעישאנס

כלל נומער 2 ביי יעדע מסיבה, איז: טרייב נישט איבער די עקספעקטעישאנס, ווייל טאמער גייט עס שוואכער ווי געראכטן זאלסטו נישט האבן קין דורכפאל. די ארוינים האבן זייער מיאוס פארזען דעם כלל, און מחמת עקסייטמענט אז ענדליך גייען מיר שוין אין א סטעדיום, געפערליך איבערגעטריבן די ערווארטונגען, געשאסן ריזיגע נומבערס, און פארקויפט א טאג נאכ'ן אנהייבן פארקויפן טיקעטס אז אלעס איז שוין פארקויפט. 

ווען דער עולם איז אנגעקומען, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'האלט ווייט אונטער די עקספעקטעישאנס, עס איז דא גאנצע ליידיגע סעקשאנס, האט עס תיכף אנגעזויערט דעם מצב ביים פוירסט אימפרעשאן, און דער מעמד האט זיך אנגעהויבן אן די נויטיגע אקסעזשין וואס מ'דארף אריינצונעמען דעם עולם אין דרייוו. ס'האט שוין נישט געהאלפן דאס וואס מ'וואלט זיך אין אנדערע פעלער געקענט טרייסטן אז ס'איז גאנץ פיין, ווייל איין אומאויסגעפולטע זיץ האט שוין געפערליך געשטאכן אין די אויגן, נאכ'ן וויסן קלאר אז ס'איז "סאלד אוט".

פרעגסט מיך פערסאנעל? ער האט בעצם זייער שיין געסקאורט מיט מענטשן, ארויסצוברענגען א ריזיגן עולם אין א גרינעם זונטאג חק בלי טעם, אבער נאך די אלע אנרייצענישן פון "עד אפס מקום", און דא זעענדיג גאנצע מצות שלמים אן קיין נפש רוח ונשמה, האט עס געהאט א טעם פון א קאווע אן צוקער.

להמשך כנסו כאן:



3. ווייס דיין סטאטוס אין די וועלט

ס'איז א וואונדער, אבער די ארוינים האבן זייער געפערליך פארזען זייער סטאטוס. ר'מלכיאל קאטלער קען נישט פארקויפן דברי יחזקאל, און א חסידישער משפיע א כאפ פון ר'חיים. ר'אהרן וואלט געמעגט וויסן וואס א סטאטוס ער האט זיך געבויעט אין די לעצטע אכצן יאר, דרייוונדיג מער צו לינקס. ס'איז פערפעקטלי פיין מבחינת פאליטיק, כ'קען נישט זאגן אז ס'האט אים געשאדט ערגעץ. אבער דו קענסט נישט ארויסוואקסן איין טאג כקטן שנולד און ווערן דער פאנטרעגער פון קנאות.

ס'איז דאך עפעס וואס איז שוין אנגענומען אזוי פאר יארן. ר'אהרן איז דער מער לינקער און ר'זלמן לייב איז דער מער רעכטער. איך פערזענליך האלט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם צו זיין וויאזוי מ'איז, אבער וואס מ'איז דאס דארף מען זיין, און פארשטיין דעם פלאץ וואו מען שטייט איין.

ביי די רבנים וואס זענען מער רעכט האט ער זיך דעריבער פארפליישיגט. יעצט איז אזוי: ס'דא די עקסטרעמע וואס ביי זיי איז ער פסול אינגאנצן, אבער נאכדעם איז דא אסאך וועלטליכע, וואס צו זיין שמחה און דינערס וואלטן זיי גערן געקומען, פריינטליך און זיך געגעבן די הענט, אבער ווען ער רעדט פון קנאות, שפירן זיי עפעס אז דאס איז נישט זיינ'ס א זאך, און דעריבער האט עס נישט ביי זיי קיין ממשות צו קומען.

ספעשעלי, האט ער געמעגט וויסן, אז זיין עקסטרעמע אטאקעס אויף בארקלי, און זיין אוועקמאכן ברבים התאחדות, האט אים ארויסגענומען פון די האנט נאך אסאך רבנים וואס וואלטן ווען סתם אזוי געקומען, נאר צוליב דעם פאליטישן טאן וואס די גאנצע זאך האט אנגענומען תיכף פון אנהויב, האבן זיי געפילט אז ס'איז מער א פארטייאישע איווענט, נאטינג ראנג, אבער ער אלס דרויסנדיגער באלאנגט נישט דארט. 

סאו וואס ער וואלט געדארפט טון אין פוירסט פלעיס, איז נישט רעדן פון פרעמדע רבנים בכלל, נישט שיקן קיין דעלעגאציע, נישט לייגן קיין פרעשור אויף קיינעם. נאר עס מאכן בלויז פאר די אייגענע. אבער היות מ'האט יא געלייגט אויף דעם א גרויסן דגש, די גאנצע גאס האט מיטגעהאלטן די גאנצע צייט אויף וועמען מ'לייגט דרוק, וויפיל מענטשן זענען געקומען לאדענען, ווער און וויאזוי לייגט דרוק, האט עס צוגעלייגט נאך א פאטש צום כינוס, און דער אויבנאן קעגן בארקלי איז געווען א חוזק, און ארויסגעבלאזן פון נאך א לאך די לופט פון די רעדער.


4. סטיק צו א מהלך!

עס איז ברייט באוויסט אז די ארוינים קען מען גרינגער ארומטוישן מיט שיטות, זיי זענען נישט מהרהר אחר רבם. אבער דא איז עס געגאנגען צו שנעל, צו עקסטרעם. די לעצטע צוויי יאר איז יעדן איינציגן טאג געווען אן אנדערע וועג איבער יא גיוס, נישט גיוס. פון זיין דער פאנטרעגער פון די מערכה, ביז'ן ווערן דער גרעסטער גזירה פארלייקענער. די רייד איז געווען צו ווילד טו הענדל.

ס'שוין דא טויזנטער קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן בלויז מיט א "בעל דברי יואל"און דא פלוצלינג אין צוויי וואכן האט ער געוואלט צוריק אראפברענגען דעם אלטן רבי'ן ווי אין ראדני מיט א "רבינו הקדוש והטהור". דער מעסעדזש האט נישט געקענט קליקן, און איז געווען א גרויסע מיסטעיק טו בעגין וויט.

דער זאלי גייענדיג און ארויסגייענדיג ביים כינוס, האט געהאט דעם זעלבן מעסעדזש, דעם זעלבן מהלך ווי ער הערט שוין פון זיין רבי די לעצטע פאר יאר. לאוו איט אר העיט איט איז דאס ר'זלמן לייב'ס מעסעדזש. נאכ'ן הערן אזויפיל האקן קעגן דעם גיוס מיט רעטארישע דרשות איז ער געווארן נאך מער אנגעדרייט, און פאר דעם האבן זיי געקענט נאכדעם מאכן א קרן ויואל משה, צו שיקן געלט און נאך געלט, ווייל יעדער זאלי ווייסט וואס ער האלט, אפילו ער טשעקט נישט אריין יעדע פאר וואכן צו הערן וואס ר'זלמן לייב האט געזאגט. ער קען זיין רבי, ער קען די אוועראלל מהלך, און ער איז גוד טו גאו.

דער ארויני איז ארויס נעכטן מער צעמישט ווי ער איז אנגעקומען. ער האט נישט געוואוסט פונקטליך וואס ער שטייט פאר, וואס דארף ער יעצט זאגן ווייטער, און וואס גייט זיין נעקסטע וואך. דאס איז א גרויסע חסרון פאר א מעמד פון אזא לארדזש סקעיל.


5. סעיוו די אטמאוסט עקסייטמענט פאר די איווענט

אריזשינעלי האבן די ארוינים געמאכט א מעידזשער מאוו מיט'ן ברענגען דעם ראב"ד צו קריעיטן מאמענטום. אבער למעשה האבן זיי אים צופיל עקספאוזט פאר צו לאנג פריער. יעדער האט אים שוין געהאט געזען, געגעבן די הענט, געהערט דרשות, און ממילא ווען ס'איז געקומען צום מעמד גופא איז עס שוין נישט געווען אזוי עקסייטינג.

פאר אן עקזעמפל צו פארשטיין מיין פוינט: ווען רבי לייבוש לייזער איז אריינגעקומען אין בארקלעי, איז די זאל געווארן עלעקטעריזירט. מ'זעט אים זעלטן פאר די אויגן, ער גייט נישט אין ערגעץ, און ווען ער איז פלוצלינג אריינגעקומען איז דער עולם געווארן ממש נאם. יעדער האט זיך איבערגעקוקט מיט זיין שכן פאר עקסייטמענט. און דאס איז א קריטישע פאקטאר פאר די מאמענטום.

ווען דער ראב"ד גייט ווען נאר צו אפאר רבנים, און ער קומט אריין דא צום ערשטן מאל וואס אן עוורידזש אמעריקאנער איד זעט אים, וואלט דאס געווען א שאקינג מאמענט פאר יעדן אינדווידועל און וואלט אים שוין אנגעפילט מיט הנאה אז ער האט געהאט פארוואס צו קומען.

6. די סופרייז פעקטאר
אזא ריזיגע איווענט, וואו דו ברענגסט טויזנטער מענטשן, מוז האבן כאטש איינס צוויי סורפרייזעס. אזא ערשיינונג פון ר'אהרן שעכטער, למשל, ביי בארקלי, איז געווען א שאקינג סורפרייז, מבחינה פוליטית. און נאך אפאר אזעלכע סורפרייזעס, צי אויפ'ן אויבנאן צי ביי די דרשות.

ביי די זאליס איז אפילו דאס וואס ר'זלמן לייב האט זיך געגעבן א צעוויין אינמיטן זיין דרשה, וואס סתם אזוי הערט מען דאס נישט אזוי, איז שוין געווען פאר זיי א סופרייז, און די גאנצע זאל איז יענע מינוט געווארן א היעט וואס מ'קען נישט אראפגעבן.

דא אין נעסאו איז נישט געווען קיין איין סורפרייז וואט סאו עווער, אויב עפעס איז אלעס געווען פארקערט, און ממילא איז דער מענטש אהיים אן גארנישט.

7. דו מוזסט האבן א מעסעדזש
חזר'ן די שיטה איז א גוטע זאך, אבער דאס מוז געטון ווערן אקארדינגלי, אין א זאל, אין א ביהמ"ד. אז דו ווילסט גיין אין א סטעדיום, מוזסטו האבן א נארמאלן פארשטענדליכן מעסעדזש וואס דו ווילסט. 

דו קענסט נישט שטיין און וואטשן די נייעס און לויט דעם ארויסגעבן וואס דיין מעסעדזש איז. ביבי האט געמאכט א שהחיינו ביים נייעם קאנסול? ארויס מיט א פאוסטער. איראן דיעל אפגעהאקט? ארויס מיט א פאוסטער. טראמפ געטוויט אזוי? ארויס מיט א פאוסטער. ציונים צעשאסן אפאר טונעלן? ארויס מיט א פאוסטער.ֿ

דו מוזסט האבן איין קלארע און אנדערלייאינג מעסעדזש: וואס וויל מען דא, און וואס גייט מען אנקומען. 

די גראפיקערס האבן געטון א גוטע ארבעט, געניצט די ריכטיגע קאמיבנעישאן פון קאלירן פאר די טאוועלעך, די הענגערס האבן געמאכט א פאנטאסטישע זשאב מיט'ן ארומנעמען יעדע צעטל מיט א ראל פלעסטיק ס'זאל זיין שווער אראפצוקומען, אבער דער "מעסעדזש"וואס איז געקומען, האט נישט געהאט הענט און פיס, און די זעלבע ביים מעמד אליין, האט יעדער געזאגט וואס ער האט געהאט צו זאגן, אן עפעס צוקומען. 

דאס איז געווען אן ערנסטע קיללער, און עפעס וואס האט נישט געטארט געשען.


8. דער עולם איז נישט אינגאנצן משוגע

די ארוינים זענען דא געגאנגען מיט א שיטה אז דער עולם איז פולשטענדיג משוגע און קיין שום לאקש איז נישט צו הארט פאר זיי אראפצושלינגען. זיי זענען געגאנגען אווער די לימיט און אולטימעיטלי האט עס בעקפייערט.

איך בין בעצם א חסיד פון גוטע געדאנקען צו הייפן דעם ציבור, אבער אזא מעסעדזש וועגן "סוועטערס"למשל האט קיינמאל נישט געמעגט ארויסגיין, ווייל ס'איז אווער די לימיט. אז ס'איז הייס אינדרויסן, גייט אדורך א שבת וואס מ'בראט פאר היץ, קום נישט ארויס מוצאי שבת אז קינדער זאלן קומען מיט סוועטערס. אויב יא סוועטערס, דארף יעדער גיין, וואס עפעס נאר קינדער? 

די זעלבע איז מיט די אלע נישטא קיין טיקעטס קאפ פארדרייענישן. די נומבערס האבן נישט געשטימט מיט וואס עס שטייט אויף גוגל און אויף די נעסאו'ס אייגענע וועבזייטל. מעגסט אביסל ספינען, אבער האלט עס צו א לימיט. טו מאטש איז דא געווען אוט אוו קאנטעקסט און דער ציבור האט דאס געשפירט אז מ'איז מזלזל אין זייער קאמאן סענס.

9. פאקוס נישט אויף קיין קינדער אין א סטעדיום

קינדער אין א סטעדיום איז רעסעפי נומער איינס פאר א דורכפאל. קינדער האבן נישט קיין נערוון און זיי זיצן נישט איין. אין בארקלי איז די אפישעל מעסעדזש געווען אז קינדער טארן נישט קומען, און ווער ס'האט יא געברענגט האט פארשטאנען אז ער קומט "מיט אים"און אז ער דארף אים האלטן נעבן זיך, ווייל בעצם איז זיין יונגל אן אומגעוואונטשענער גאסט דא. 

דא וויבאלד דער אפישעל מעסעדזש איז געווען אז אלע קינדער קומען, זענען זיי טאקע געקומען מיט די פולסטע לעבהאפטיגקייט און פארשטאנען אז זיי זענען דא פונקט אזעלכע אנגענומענע געסט ווי אהבת קדומים. זיי האבן איבערגעקערט דעם זאל, געלאפן און געקומען, זיך געווינקען און געלאכט, און מ'האט זיי נישט געקענט קאנטעינען. 

זיי האבן דערנעווירט די טאטעס און געמאכט אומבאקוועם פאר'ן עולם. ביים פיעק, ווען דער רבי האט גערעדט, זענען שוין די קינדער געווען ממש צעלאזט, געלאפן אינעם גאנצן זאל, אן קיין אויפזיכט, אפאר עסקנים האבן זיי פארטריבן פון אינמיטן דעם צענטער זענען זיי געלאפן צו די אנדערע זייט, און נאכדעם צוריק, מאכנדיג עס אויסקוקן ווי א הויף ביי לאנטש. עס האט מורא'דיג געשטערט די ערנסטקייט פון די מעמד, און מענטשן האבן זיך אינמיטן אויפגעהויבן און אוועק פשוט פאר די צעפארנקייט.


10. עס איז תשע"ח — נישט תשנ"ח

אין די אמאליגע צייטן וואלט מען געווארט ביז דאנערשטאג, קיינער וואלט נישט געוואוסט געהעריג וואס איז געווען, און דער בלאט וואלט ארויסגעקומען מיט א רעזשוואלקע און הונדערטער ארטיקלען מיט נייעס פון הונדערט טויזנט מענטשן, און ס'וואלט אויפגעטון דאבל: די אייגענע וואלטן געווארן עקסייטעד, און די זאליס וואלטן געווארן געקלאפט.

תשע"ח, איז אין די זעלבע סעקענדס געווען קליפס און בילדער, מ'האט געזען און געהערט ווי דער רבי שטייט און רעדט און די זאל פארט אויף רעדער מיט גאנצעטע סעקשאנס פוסט און לער, און קיינער זיצט נישט געדולדיג. יעדער האט באלד געזען אז דאס איז נישט קיין מוציא מיט האניג, און יארן יארן אוועק פון א בארקלעי. די זאליס האבן זיך גענומען פרייען און לעבן אויף אלע באקן, ראדני און מוירטל האט געבאבלט כיום חתונתם ושמחת לבם, און די ארוינים זענען שוין אהיימגעקומען האלב צעמישט.

יעצט קען שוין דער בלאט די וואך און די בליק ארויסגעבן דיקע בענדער מיט פיקטשערס און ארטיקלען, אבער ס'אינטרעסירט נישט קיינעם מער. נישט ביי די זאליס און נישט ביי די ארוינים. די מעסעדזש איז אוט. די זאך איז שוין אפגעשריבן, און רעזשיסטערד ביי יעדן אין קאפ: בארקלעי א סוקסעס, נעסאו א דורכפאל, וזהוא.

אויף יעצט איז שוין נישטא קיין וועג צוריק. אויפ'ן עתיד, האף איך אז מ'וועט ארויסנעמען די לעקציעס

"עבירות"פין מהר"א ט"ב

$
0
0
מאת יצחק שטרן  
 
אן אגעריסענער זאלי/בני יואלניק האט דא ארויף געלייגט אגאנצע ליסטע פין די אלע "חטאים ופשעים"פין מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א, ער האט נאר פארגעסן צי לייגען צווי עבירות חמורות, דעס אז ד'רבי האט אונטערגעברענגט די טאון טאוורס אין ספטמבר אילוון אין דאס וואס ער האט אנגעשמירט וומסב"ג מיט פאשקווילען קעגן ד'ראב"ד הגר"מ שטרנבוך שליט"א, יא, אין דאס אינטער צינדן דעם  ילד שעשועים וייסט איר גאנץ גוט צי וועם בלאנגט אט די הדלקה, מקען זיך אינטרעסירן בא משה גבאי אויב זיין קאפ עקזעסטירט נאך, 
 
איך כאפ נאך נישט ביז די מינוט, וואס האט געבערנגט די זאלונים אזא שווערע נערווען ברויך, מהאט עפעס צי גענומען פין זיי ? מהאט זיי עפעס געבעטן ? איינער האט זיי עפעס געביסן ? שוין צווי וואכן וואס זיי לויפען ארום וויא פארסאמטע מאזן, שימפען אין שעלטן ביז איבערן דאך, זיך שיר גענומען דאס לעבן פאר כעס, רויט וויא בוריקעס, פלאמען וויא א טאמאטע, ויי, אוי, בוי, מקרעכטץ אין משעלט, אהרן, ראב"ד, שטרנבוך, סאשה, ויז'ניץ, צויבל, חיים שלמה, פעפער, זאלץ, שמאלץ, וואס איז געשעהן ? סי איז געוואר געווארן פאר די גאנצע וועלט ווער סיגייט טאקע אין ד'רבינ'ס זי"ע וועגן, אין ווער זענען די חיות רעות פין די וואלד ? דאס באדערט ענק ?  נו ווער שטערט אייך טוישן אייער חינוך אין אויף הערן אויף וואקסן חיות אין בהמות וואס שרייבן אויף די ווענט 'שר"י'א שריט וואס באלאנגט פאר די שווארצע, 
 
אין וואס שרייבט אצווייטער נאר ? וויא איז געווען ר'אהרן שכטר אין ר'הלל ויינברגר ביים כינוס ? אינגעלע ! ווען דראב"ד פין עדה חרדית אין א עלטער פין 92 יאר קומט ציפארן צום כינוס, איז טאקע קיינער נישט אינטרעסאנט צי וויסן וויא איז ר'אהרן שכטר אין הלל ויינברגר, 
 
חז"ל זאגן, איזהו שוטה, זה המאבד מה שנותנים לו, זאולי האט זיך גקענט איינקויפען זיין עולם הבא מיטן עולם הזה אין איין נאכט, מהאט איהם מציע געווען, קים צום כינוס אין מוועט דיר נאכגעבן וואס די ווילסט, אבי ברענג נאר ווער סי רופט זיך סאטמאר, ער האט געקענט האבן דגרעסטע כבוד אין זיין לעבן קעגן די גאנצע וועלט, אבער זיין שלימזלקייט איז עים נאך געגאנגען, אין ער האט זיך מיאוס ציפאטשקעט מיט די עדה החרדית, מיט די ראב"ד, מיט די תורה, אין מיט דהילייגע רבי זי"ע, אין סי איז נאך געווען אגעלעיגנהייט צי וואזן פאר די גאנצע וועלט וואס פאר א חנוך באקומט מען אין זיינע מוסדות, ועל כולם אז מקען זיך זייער שיין אנגיין און איהם, 
 
זאליס, סי איז צייט געקומען איר זאלט זעהן וויא איהר זענט אהנגעקומען !

במלחמת החנוך רבים חקרי לב

$
0
0
מהטעם הכמוס עמו מנוע עבדכם הנאמן מכל שיח ושיג עם אנשים חד מימדיים ( 
שווענץ בלע''ז) אחרת אני מעורב יפה עם הבריות וכמעט ואין דבר החביב עלי יותר מפעניירי תוסס במסיבת רעים מביני דבר. והנה בלהט נושא החדרים מסתבר לי שבניגוד לרטוריקה הרשמית לחץ הרשויות על החדרים בכלל לא מפריע לרוב רובם של בני הקהילה שנזדמנו לי לשוחח עמהם בפרטות, ואדרבא, רבים מהם משפשפים ידיים ולוחשים: הלוואי והלוואי יקום ויהיה פקוח ממשלתי על מה שנעשה בהם בחדרים המנוונים.. ואחרים אומרים בפה מלא ובפני עדים: מה מני יהלך אם בני לא יגדל אינווליד כמוני וידע באיזה עולם הוא חי..
מאידך, פשיטא לי שלא חסרים מאלה הרוצים בכל לב ובכל מאודם שהחדרים ימשיכו להתנהל כחפץ צדיקיהם ולבל יתערב כל זר בתעשיה ברוכה זו לגידול חסידים, והממשלה תמשיך לאפשר וגם לממן (ולמה לא?!) את אוטופיית ייצור החסידים הנחיתים כמיני בהמות משובטות לפי הספציפקציות העונות לעניין חצרות האדמו''רים בחדרים שנקרא שמם ושם נשותיהם הצדיקות עליהם.
וכאן הבן שואל מה סיכוי יש לה למלחמה על עצמאות החדרים באווירה ציבורית שכזאת..
חסרה לי הבקיאות בפרטים שאהיה בר פלוגתא ראוי לחלוק על הרב שאולזאהן שליט''א שאמר בשיחתו המוקלטת שישנם מאפיינים כפרניים ממש בדרישות הממשלה שבכאן ומן הסתם הצדק עמו, אלא שדעתי כדעתם של רוב הבריות נוטה שהגויים יסכימו להתעלם מהנושאים האמוניים הרגישים להרבה הרבה שנים כל עוד יראו התקדמות מניחה את הדעת בשאר המרכיבים שמכינים את התלמיד לחיי אזרחות מועילים ולעמוד על רגליו הוא בעולם העכשווי..  ואני ולבי יודעים שנושא ההתנרמלות מפחיד את נציבי הסדרים הישנים יותר מכל דבר אחר, כי במידה וילמדו את הנערים לפקוח את עיניהם האיך יהיה אפשר להשליט על רמ''ח איבריהם ושס''ה גידיהם בניהם ובנותיהם ארחם ורבעם וכל הליכות מחשבותיהם את בנו או נכדו של רבי מענדעלע בערעלע מעכילה סרולצ'ה או דובצ'ה יהיה מה ומי שיהיה ובדרך שהדברים זורמים מי יודע האם בימים יבואו עוד יהיו אותם אלוהויות נגידים ומצוים ממין הזכר או הנקבה..  
ואתם מאורי אומתנו צדיקי דורנו אדוננו ואדונותנו מורנו ורבותנו יעידו עליכם מנהלי הבנקים בשוויצריה שאבותיכם הקדושים ידעו בחליפות העתים ודאגו לבל יחסר המזג ליום סגריר וחזקה עליכם שלא שיניתם ממנהג אבותיכם.  ואחרי ככלות הכל לא השקעתם בעסק החלומי הזה פרוטה מכיסכם, יחזיק הנס שקרה לכם מאז מלחה''ע ככל שיחזיק אבל אין מה לדאוג לכם. ועל החנוך הטהור נאמר כי לא תשכח מפי זרעו ועמכם או בלעדיכם הרוצה להיטהר מסייעין לו..
יהודי פשוט

העברת פי ה'לא תצלח - חלק א' - וידאו של הזאלונים להוכיח כי הם המנצחים במאבק עם האהרונים

על פי הזאלונים כל מעשיו של הרב שטרנבוך בעדה החרדית פסולים ואסורים

$
0
0
מאת עדה'ניק

סאטמר זלמן לייב לפי הטענות נגד  ר משה שטרנבוך ראש בית הדין של העדה החרדית

התוצאה
כל גט שר משה ישב בהרכב האישה נשארת אשת איש והבנים ממזרים
והבעל השני חייב כרת על  שבא על אשת איש

2. כל המקואות בירושלים בהשגחת הבד"צ פסולים
וכל אישה שטבלה נישארת נידה וכל בני העדה החרדית בני נידה

3. כל הגיירים שטבלו במקווה של העדה נשארו גויים גמורים
יש מלא גויים בעדה וסאטמר
יש מלא שבאו על גוייה

4. כל שבת מי שמטלטל וסומך על העירוב  של העדה מחלל שבת

5. כל מי ששאל את  ר משה  או תלמיד שלו  על מראה והכשיר הוא בועל נידה

6. כל מי שאוכל בשר של העדה אכל בשר פיגול

7. כל מי שניהל דין תורה בעדה כמו שהלך לערכאות

8. כל מי שנירשם לנישואין בעדה חשש שהיתחתן עם ממזר פסול חיתון

9.כל העגונות שהתיר ר משה נשארו אשת איש

10. כל התפילין בכשרות העדה החרדית פסולים

זייברט מסלק מספרת גברים בגלל סמינר בנות שנצמד אליו

$
0
0
מאת בני ברקי

תכירו את עידו, מספרה שעובדת שנה ברחוב כהנמן בבני ברק.
כל המערכות גילוי אש וכו מותקנות אהל הוא לא מקבל רישוי עסק, ויותר גרוע קיבל התראה שתוך שבוע הוא חייב לפנות את העסק.
וכל זאת למה??
כי יש סמינר צמוד אליו וראש העיר לא רוצה שיהיה חיכוך בין המסופרים לבנות הסמינר..
סדום בהתהוות
יצויין כי הסמינר הגיע למקום הרבה אחרי שהמספרה שם קיימת

אדמור"י ברגסאז יתחלקו ויישבו כל אחד חצי שעה על כסא האדמו"ר ז"ל

$
0
0
מאת בערגסאזער

השלום ממשיך אצל אדמורי בערגסאז בחתונה הערב ישתתפו כל האחים האדמו"רים
כמו כן נודע שהכסא הקדוש של האדמו"ר בנו חורגו שעבר מפ"ת לאלעד ומשם הוברח לבית שמש וחזור לפ"ת והיה במשמרת בבית הדין (כל לילה בחצות היו צעקות מהכסא עלי יניח צדיק את ראשו) הכסא יהיה בחתונה וכל אדמו"ר יזכה לשבת עליו חצי שעה

ועדת הרבנים לעניני תקשורת גוף כלכלי על חשבון דם הציבור

דער ווארט אין אידיש - ויהי אחרי הכינוס

מבזקים

$
0
0
דיווח ב"ניו יורק טיימס": עורכי דינו של הנשיא טראמפ שלחו מכתב לתובע המיוחד לחקירת התערבות רוסיה בבחירות לנשיאות ובו טענו כי טראמפ לא יכול להיחקר, כיוון שהחוקה מאפשרת לו כוח שגובר על כל חקירה פדרלית. לטענתם, הנשיא יכול לעצור את החקירה או אפילו להשתמש בכוח החנינה שלו

‏שגריר ארה"ב בישראל, דיוויד פרידמן: "התמיכה הרפובליקנית בישראל אינה שייכת למפלגה אחת, כפי שחלק חושבים. אני מאמין שהתמיכה האמריקנית בישראל צריכה להיות משותפת לשתי המפלגות. אמשיך לקבל בזרועות פתוחות כל מחוקק דמוקרטי שירצה לבקר בישראל ואני מקווה שהם יגיעו"‎

סקר "פגוש את העיתונות": 62% מרוצים מתפקוד ראש הממשלה בסבב הלחימה בדרום, לעומת 28% שלא מרוצים. 59% מרוצים מתפקוד ליברמן 28% לא מרוצים.

גם באשדוד 'אגודת ישראל'מייצרת כותרות - הבכיר באגו"י ל'משפחה': "לא שוללים תמיכה במועמדת הלן גלבר. לסרי לא ראוי כרגע לקבל את תמיכת הציבור החרדי".

‏ארה"ב: כתב אישום בגין ביצוע פשע שנאה הוגש כנגד אדם שתועד מכה יהודי בברוקלין ‎

מבזקים

$
0
0
מנכ״ל עיריית ירושלים ב"קול חי": "העירייה פועלת רבות למניעת חילולי שבת בעיר. שוק מחנה יהודה אינו נושא דתי. ביצענו מדידות רעש, ובלילה אין רעש חריג. כשיש בעיות, אנחנו קונסים. התושבים צריכים להתחשב גם בצרכי הבליינים".

ח״כ דוד ביטן באולפן הפתוח ב׳ערוץ הכנסת׳ - ״אין ברירה, בסוף נתניהו יתמוך באלקין. הוא שר וח״כ מהליכוד. הוא גם יצליח״.

מים בטעם יין. "ידיעות": פטנט ישראלי חדש ינסה להביא לכוס שלנו את היתרונות של המשקה החריף — רק בלי האלכוהול והתופעות הנלוות אליו.

'ישראל היום': סקר מקיף שנערך על טראמפ לאחר 500 ימים בתפקידו מגלה שמעמדו בתוך מפלגתו כמעט חסר תקדים - 87% מרוצים מאוד מתפקודו. רק נשיא אחד קיבל יותר אחוזים בזמן כזה מחברי מפלגתו: גורג'בוש הבן.

'ידיעות': בעקבות המתקפה התקשורתית על ביהמ"ש העליון - החליטה נשיאת ביהמ"ש למנות לראשונה יועץ תקשורת חיצוני שיסייע לשופטים בזירה התקשורתית. מדובר במינוי נוסף מעבר למערך הדוברות של בתי המשפט.

מבזקים

$
0
0
ח״כ יעקב אשר לזיגמן ב׳קול ברמה׳ - ״כמובן שראוי שיהיה ראש עיר חרדי בירושלים, אבל אנחנו לא רוצים שנצטער על החלטה לא נכונה שנעשה, לכן נאלץ להמתין. ההכרעה במי לתמוך לא תתקבל בימים הקרובים״.

ח"כ מקלב למימרן ב׳קול חי׳ על הבחירות בי-ם - ״הגרי״ש אלישיב זצ״ל הכריע באופן ברור להריץ חרדי, אנחנו נעשה הכל כדי שאדם חרדי יעמוד בראשות העיר ירושלים, אנחנו חיים בצל של האמירה הזו״.

מקלב יוצא ב׳קול חי׳ למתקפה נגד אגו״י - ״הם פעלו בי-ם נגד המועמד של החרדים והזיקו לציבור החרדי. נפרצו כל החומות והמבצרים. הם נתנו לנו הרגשה שכולם הולכים יחד ובסוף עשו ההיפך״.

הרב והמעומד: הרב ניר בן ארצי יחד עם משה ליאון כעת בלחיים אצל היזם החרדי ישראל צישינסקי הבעלים של קבוצת 'חמדת הארץ'נדל"ן.

המועמד לראשות העיר ירושלים ‏משה ליאון בתכנית ב"שש עם": כראש עיר לא אגיע למצעד הגאווה כי אני לא מתחבר לזה.

מבזקים

$
0
0
נחשוני חושף ב׳ווינט׳: ועדת ניסים התקפלה וברגע האחרון הכניסה להמלצות זכות וטו לרב הראשי במינוי ראש רשות הגיור. בעקבות כך משרד המשפטים עדכן את הצעת החוק הממשלתית לטובת הרבנות.

יקי אדמקר ב'וואלה': ‏בקואליציה מקדמים פשרה - יהודים מחו"ל יוכפפו לבתי הדין הרבניים בישראל רק אם נישאו לפי ההלכה. בנוסח הקודם הוכפפו גם כאלה שנישאו בנישואים אזרחיים.

ערוץ עשר | בארה"ב נעצר חשוד בהשחתת עירוב, המתיר על פי ההלכה היהודית נשיאת חפצים בשבת בשטח מתוחם, במסצ'וסטס.

‏כל החקלאים שניזוקו מטרור העפיפונים יקבלו בימים הקרובים מקדמות של 40%-50% מרשות המסים, לאחר ששמאים ביקרו בכל החלקות. היקף התביעות עד כה: חמישה מיליון שקל, לא כולל השריפה הגדולה ביותר עד כה - שכילתה אתמול 4,500 דונם בקיבוץ אור הנר.

הסקופים: חנות "המסעדה"שבבעלות מוטי קרויזר עוזבת את מתחם ישיבת מיר בבית ישראל ותועתק בחודשים הקרובים למרכז העיר בגלל התקנות לסגירת העסקים בשעה מוקדמת.

מבזקים

$
0
0
ויסברג בטוויטר: ‏רגע לפני קבלת הפנים בחתונת ויז'ניץ וכניסת האדמו"ר לשמחה, פקחי משרד החינוך הגיעו לביקורת פתע בכוללים של ויז'ניץ בבני ברק.

פרשת השחיתות בבית שמש: הבוקר בשעה 10:00 בכנסת בועדה לשקיפות ציבורית של סתיו שפיר, דיון בנושא התנהלות חקירות קיימות של נבחרי ציבור, תוך התייחסות מפורטת לחקירות השחיתות בעיריית בית שמש.

הראשל"צים הגר"א בקשי דורון והגרש"מ עמאר במתקפה חריפה על מסקנות הגיור. במכתב חריג ששלחו לרבני הציונות הדתית, כתבו: "מדובר בניסיון לקעקע את היהדות מן השורש, מההלכה, מהתורה ומהאמונה".

‏נתניהו בישיבת ראשי הקואליציה אתמול: אם גם הרפורמים וגם החרדים תוקפים את מתווה הגיור, כנראה שמשה נסים עלה פה על משהו נכון. בישיבה הוחלט לבקש מבג"ץ ארכה ארוכה במיוחד של חצי שנה לגיבוש עמדת המדינה בנושא הגיור (זאב קם)

ח"כ יעקב אשר לנועם זיגמן ב׳קול ברמה׳ - ״שיטת הבית שמאי המחמירה שלנו בנושא הגיור והיצמדות להלכה, היא מה ששמרה על עם ישראל בכל רדיפות הדת״.

מבזקים

$
0
0
יואב קרקובסקי ברשת ב׳: מגעים פוליטיים ממשיים למנוע משבר פוליטי בשאלת חוק הגיוס.

החרדים הבהירו כי למרות ההסכמה בשתיקה לסנקציות כלכליות, הם לא יאשרו סנקציות פרטיות אלא כלליות.

נועם זיגמן חושף ב׳קול ברמה׳ - בחוק הגיוס החדש, יעדי הגיוס יהוו חלק מהותי מהחוק עצמו, ולא יהיו נתונים להחלטת שר הבטחון. המשמעות: הח״כים החרדים לא יוכלו לתמוך בחוק, כל עוד לא ידעו בוודאות שיעמדו ביעדי הגיוס.

ח"כ אשר לזיגמן על המלצות הגיוס של משרד הביטחון: ״אנחנו מצפים שהצבא יאמר את צרכיו האמיתיים ולא סתם כותרות על שוויון, בסופו של יום אם החוק לא יתאים לנו וימנע מבחור או אברך ללמוד, מבחינתנו לא יהיה חוק״.

ב"המודיע": בציבור החרדי מביעים מורת רוח מאי קיום הבטחתו של ר"ע אשדוד לסרי להקצות 25% מהדירות החדשות בעיר למגזר החרדי, הבטחה שקיבל השר דרעי מראש העיר והדברים פורסמו בהבלטה בעיתוננו.

מבזקים

$
0
0
האדמו"ר מלעלוב בקריאה לחסידיו בהודעה קולית בקו של החסידות להתאזר בבקשה לעזור לאחד מן החבורה שעומד לפני חתונת בנו והיה אצלו בבית סכומי כסף גדולים להלוואות שלקח מאנשים ופרצו לדירתו בשבת בעיר בית שמש בעת שהותו בשבת התאחדות במירון

החרדי ששבר איפון לבחורה בבית שמש .ביהמ"ש קובע הוא מסוכן לציבור.

אחרי ליצמן - השר לבט"פ גלעד ארדן ישיב בכנסת לשאילתה של גרמן בנושא תרופות לדיכוי שניתנו לבחורי ישיבה.

אמוץ שפירא  ברשת ב': ‏הפרקליטות תערוך היום שימוע לראש מועצת עמנואל, עזרא גרשי, החשוד בשוחד בחירות. גרשי המסיים כהונה שנייה חשוד כי נתן הטבות פוליטיות ואישיות לראשי קהילת חבד בישוב בתמורה לתמיכה בו.

נחשוני ב"ווינט": תנועת פא"י מקימה רשת בתי ספר ממלכתי חרדי בכל הארץ תחת רשת "נהרדעא"עקב ביקוש רב, הערכה שיתווספו מאות תלמידים לממ"ח בשנה הבאה.

מבזק

$
0
0
כוללניק בן 40 מנתיבות נעצר כחשוד במעשים חמורים בבתו שלפי הגדרת המשטרה היא מהחמורות ביותר בספר החוקים - מדובר במעשים שהוא עושה בה זמן רב והתגלה על ידי צד שלישי למי שהילדה סיפרה זאת והיא אשר הגישה את התלונה למשטרה

הכוללניק טען במשטרה כי הוא יושב ולומד כל היום והעסוק בתלמודו ואינו מבין מה רוצים ממנו

מעצרו הוארך בששה ימים
Viewing all 103008 articles
Browse latest View live


<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>